דמשק — רוסלאנד'ס מיליטער האט נעכטן געזאגט אז דאס מיליטער פונעם סירישן דיקטאטור, באשאר אסאד, האט שוין באוויזן צוריקצוכאפן כמעט אלע שטיקער טעריטאריע פון די אנטי-אסאד רעבעלן און פון אייסיס טעראריסטן, און ווי עס האלט יעצט, טוט אסאד קאנטראלירן 85 פראצענט פון גאנץ סיריע. רוסלאנד האט זיך אנגעשלאסן אין דער סירישער בירגער קריג מיט צוויי יאר צוריק, צושטעלנדיג מאסיווע לופט שטיצע פאר דעם אסאד מיליטער ביי אירע אפעראציעס צוריקצוכאפן טעריטאריע פון די רעבעלן, און אצינד שטעלט זיך ארויס וואספארא שטארקער אימפאקט רוסלאנד'ס מיליטערישע הילף האט געהאט, אז אסאד האט אויפגעהערט פארלירן פרישע טעריטאריע, און איז צוריק אין קאנטראל פון כמעט דאס גאנצע לאנד. דער רוסישער גענעראל אלעקסאנדער לאפין זאגט אז די איבריגע 15 פראצענט באשטייט פון 27 טויזנט קילאמעטער וואס איז נאך אונטער'ן קאנטראל פון דער אפאזיציע און אייסיס, און ער פארשפרעכט אז ס'וועט נישט לאנג דויערן ביז אסאד כאפט דאס אויך צוריק. באזונדער האט גענעראל לאפין געזאגט אז רוסלאנד וועט אנפירן א פרישע רונדע שלום געשפרעכן צווישן דער אסאד רעגירונג און די רעבעלן, היינטיגע ענדע וואך אין קאזאכסטאן.

בילד: אסאד קאנטראלירט 85 פראצענט סיריע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל