מאסקווע – א דאקומענט אויף וועלכע די "באזזפיד" נייעס אגענטור האט געלייגט א האנט, צייגט אז די רוסישע רעגירונג האט געהאט א גרויסצוגיקן און אמביציעזן פלאן צו מאכן ערנסט שלום צווישן רוסלאנד און אמעריקע, ווי נאר דאנאלד טראמפ האט געוואונען די וואלן. דער דאקומענט צייגט אז רוסלאנד האט נישט אפילו געוואלט ווארטן קיין מינוט, און שטייענדיג צוויי און א האלב מאנאטן נאך טראמפ'ס איינשווערונג, האבן זיי געשיקט א הויכראנגיקן דיפלאמאט צום סטעיט דעפארטמענט, איבערצוגעבן פאר אמעריקע דעם פלאן פאר שלום. דער פלאן האט גערופן אז אין אפריל זאל רוסלאנד'ס הויפט סייבער באאמטער, אנדרעי קרוטשיק, זיך טרעפן מיט'ן אמעריקאנער הויפט סייבער באאמטער, אויסצוארבעטן סייבער קאאפעראציע. אין מאי, וואלטן רוסלאנד און אמעריקע אפגעהאלטן קאאפעראטיווע געשפרעכן איבער אפגאניסטאן, דער איראן דיעל, די סיטואציע אין אוקראַינע און אין צפון קארעא, און בשעת טראמפ און פוטין וואלטן זיך געטראפן צום ערשטן מאל, וואלטן שוין די הויפט פון די סי-איי-עי, עף-בי-איי און די נאציאנאלע זיכערהייט קאונסיל, זיך געהאט געטראפן מיט די העכסטע רוסישע שפיאנאזש באאמטע, אויסצוארבעטן קאאפעראציע. דער גאנצער פלאן איז צעפאלן, נאכדעם וואס טראמפ האט גענומען א שטייפערן שטאנד קעגן רוסלאנד, ווי וואס רוסלאנד האט געהאט דערווארט.

בילד: רוסלאנד געוואלט פאררעכטן אמעריקע באציאונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל