מאנהעטן – שטייענדיג אין די טעג ווען עס ווערט אפגעצייכנט זעכצן יאר פון די סעפטעמבער עלעווען טעראר אטאקעס, איז ערשינען א פרישער באריכט איבער'ן קאמערציאלן ריעל עסטעיט מארקעט אין ניו יארק, און עס שטעלט זיך ארויס אז דאס וואס מען האט פאראויסגעזאגט אז די אטאקעס וועלן האבן א לאנגיעריגן אפעקט אויף קאמערציאלע ריעל עסטעיט אין דער סיטי, ספעציפיש ווייל די אטאקעס האבן אפגעווישט 14 מיליאן סקווער פיס פון רעזידענשאל און קאמערשאל ארט, האט זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט. דער אוגוסט באריכט פון "סי-בי-אר-אי" צייגט אז בלויז אין דעם מאנאט זענען געליעסט געווארן 2.75 מיליאן סקווער פיס פאר קאמערציאלע ריעל עסטעיט אין דער סיטי, פאר א דורכשניטליכן פרייז פון 73.86 דאלאר פער סקווער פיס, און באזונדער ווערט ארויסגעהויבן דאס וואס עטליכע גרויסע ביזנעסער האבן געמאלדן אין די לעצטערע וואכן אז זיי גייען זיך אריינציען אין ניו יארק סיטי, צווישן אנדערן גייט די "פייזער" פארמאסוטיקל פירמע אפדינגען ריזיגע קאמערציאלע אפיסעס אינעם "ספיירעל" געביידע אין מאנהעטן'ס וועסט סייד, און "דויטשע באנק" גייט אפדינגען עטליכע גרויסע אפיסעס אין דער "ווארלד טרעיד צענטער 2" געביידע אדער אין דער "50 האדסאן יארדס" געביידע.

בילד: ניו יארק קאמערציאלע ריעל עסטעיט שטארק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל