לאנדאן – די בריטישע "סקאטלאנד יארד" פאליציי האט געמאלדן אז זיי האבן אנגעהויבן נוצן אן אינטערעסאנטן טאקטיק וויאזוי צו פארמיידן קאר טעראר אטאקעס, דורכ'ן אויסשפרייטן א ספעציעלן טעפיך, וועלכע ווערט אנגערופן "טעלאן", און עס פארמאגט ספעציעלע מעכאניזמען אפצושטעלן א טעראריסט וועלכער גאלאפירט מיט א קאר אין ריכטונג פון פארזאמלטע מענטשן אדער פיסגייער אויפן טראטואר. דער טעפיך האט קליינע אייזערנע שטעכערס וועלכע לעכערן די רעדלעך פונעם קאר, און אויך האט עס א פלאסטישע גרויסע נעץ, וואס ווערט ארומגעוויקלט ארום די רעדלעך, אזוי ארום אז דער קאר ווערט געצווינגענערהייט אפגעשטעלט, און עס קען אפשטעלן אפילו קארס און טראקס וועלכע וועגן ווי א "דאבל באס". די פאליציי אין צענטראל לאנדאן האבן דאס שוין גענוצט די וואך ביי א פאראדע, אויסשפרייטנדיג עטליכע פון די סארט טעפיכער ארום דעם פאראדע ארט, אבער זיי זאגן אז מען קען עס שנעל אויסשפרייטן אינמיטן ווען א טעראר אטאקע פאסירט, ווייל עס דויערט אונטער א מינוט אויסצושפרייטן און ס'פעלט זיך נישט אויס מער ווי 2 אפיצירן צו טאן די ארבעט. (אן ענליכע נישט-סאפיסטיקירטע ווערסיע פון לעכערן רעדלעך, ווערט שוין לאנג גענוצט דורך פאליציי אין אמעריקע, אפצושטעלן קאר געיעגן).

בילד: א טעפיך צו פארמיידן טעראר אטאקעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל