די אמעריקאנער יוסטיץ דעפארטמענט האט פארלאנגט פון די רוסישע נעץ ״רוסלאנד היינט״ (RT) אז זיי זאלן רעגיסטרירן זייערע אפעראציעס אין אמעריקע אלס אקטיוויטעטן פון א אויסערליכע רעגירונג און נישט אלס לעגיטימיע מידיע נעץ, צוליב דעם וואס די נעץ ווערט געזען דורך וואשינגטאן אלס א רוסישע פראפאגאנדע מיטל וועלכע זוכט צו שטופן פאראויס די אגענדע פון מאסקווע אין אמעריקע. די נייעס איז געמאלדן געווארן דורך די מידיע נעץ וועלכע זאגט אז זיי האבן דעם מאנטאג באקומען דעם פארלאנג פון די יוסטיץ דעפארטמענט אין וועלכע זיי זאגן אז אונטער די ״אויסערלענדישע אגענטן אקט״ אינעם אמעריקאנער געזעץ ווערן זיי געזען אלס אן אגענטור וואס דינט א אויסערליכע רעגירונג און זענען דעריבער אונטערגעווארפן אונטער אנדערע רעגולאציעס ווי א מידיע פירמע.

דער רעדאקטאר פון די מידיע קוואל האט אין א סטעיטמענט פארדאמט די שריט זאגנדיג אז עס איז בלויז נאך א שריט אין א לענגערע קייט פון א אמעריקאנער קריג קעגן די רוסישע פרעסע. די נעץ איז פארמישט אין די אויספארשונג איבער די פארבינדונג פון די טראמפ קאמפיין און רוסלאנד צוליב דעם וואס דער געוועזענער נאציאנאלע זיכערהייטס ראטגעבער מייקל פלין האט באקומען באצאלט פון זיי צענדליגע טויזנטער דאלער צו באשיינען א אווענט וועלכע די פירמע האט ארגאניזירט אין מאסקווע.

אין אנדערע נייעס האט די פעדעראלע רעגירונג היינט ארויסגעגעבן א פארבאט פאר אלע אירע אפטיילונגען נישט צו נוצן די סייבער זיכערהייט פראגראם ״קאספארסקי״ וועלכע ווערט געמאכט אין רוסלאנד אויס זארג אז עס קען זיין איינגעפלאנצט דערין שפיאנאזש מיטלן.

בילד: אמעריקע פארלאנגט פון אפיציעלע רוסישע מידיע נעץ צו זיך דערקלערן אלס אויסערליכע רעגירונג אגענטור



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל