אין די לעצטע טעג האט זיך די וועלט מער דערוויסט איבער די וויסטענישן און כאאס וואס האריקעין אירמע האט אנגעברענגט אין די קאריביער אינזלן. הויפטזעכליך אין די אינזלן וועלכע זענען נאך פארבליבן אונטער די קאלאניאלע הערשאפט פון פראנקרייך, ענגלאנד און האלאנד, און אצינד פאלט אויף זיי די פאראנטווארטליכקייט פון דאס איבערבוי פון די אינזלן, און אצינד טוען זיך די איינוואוינער באקלאגן אז זיי באקומען נישט גענוג הילף פון די אייראפעישע אויטאריטעטן, און עס קומט אן צו שפעט. ספעציעל איז אין פראנקרייך אנטשטאנען א שטורעם נאכדעם וואס עס איז באריכטעט געווארן אז די רעטונג אגענטורן האבן צוערשט געראטעוועט די ווייסע טוריסטן פאר די ארטיגע שווארצע באפעלקערונג.

דער פראנצויזישער פרעזידענט עמאנועל מאקרון האט דעריבער זיך אויפגעהויבן פאר א באזך און איז אנגעקומען נעכטן אינעם פראנצויזישן טייל פונעם סענט מארטין אינזל און האט זיך געטראפן מיט לאקאלע באאמטע און איינוואוינער, און האט באטראכט די מאסיווע שאדנס וואס איז אנגעבראכט געווארן דורכ׳ן האריקעין. אזוי אויך האט דער האלאנדישן קעניג
וויליאם אלעקסאנדער באזוכט אינעם האלאנדישן טייל פון סענט מארטין

בריטאניע האט געזאגט אז אין די נאענטע טעג וועט דער אויסערן מיניסטער באריס דזשאנסאן באזוכן די בריטישע "ווירדזשין איילענדס" וועלכע זענען אויך באטראפן געווארן. די אינטערנאציאנאלע הילפס אגענטורן זאגן אז עס הערשט א שרעקליכע כאאס און געזעצלאזיגקייט אויף די אינזלן נאכדעם וואס איבער 1000 שעדליכע פארברעכער האבן זיך ארויסגעבראכן פון טורמע אין לויף פונעם שטורעם. און דאס טוט צוגעבן צו די שרעקליכע כאאס.

בילד: אייראפעישע פירער אירמע געפלאגטע אינזלן אין די קאריביער ים



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל