באריכטן אין די יאפאנעזער פרעסע האבן היינט באשטעטיגט אז דער פרעזידענט וועט אפשטאטן א באזוך אין יאפאן ביי זיין בעפארשטייענדע באזוך אין אזיע וואס איז געפלאנט אויף קומענדיגע נאוועמבער, ער וועט באזוך אין יאפאן ווי ער וועט אפהאלטן געשפרעכן מיט׳ן פרעמיער מיניסטער שינזא אבעי און פון דארט וועט ער ווייטער פליען צו וויעטנאם און די פיליפינען פאר א אינטערנאציאנאלע סאמיט. טראמפ איז אינעם זעלבן באזוך אויך ערווארטעט צו אפשטאטן א באזוך אין כינע, און וועט אפהאלטן געשפרעכן מיט פרעזידענט טשי. די געשפרעכן אין כינע און אין יאפאן זענען ערווארטעט צו זיין קאנצעטרירט איבער נארט קארעא, און דערווייל בלייבט נאך אפן די מעגליכקייט אז דורכאויס דעם באזוך וועט דער פרעזידענט אויך אפשטאטן א באזוך אין סאוט קארעא.

בילד: פרעזידענט טראמפ וועט באזוכן כינע און יאפאן אין נאוועמבער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל