טעקסאס – עטליכע נאסא עקספערטן זאגן אז זיי האבן געטראפן קלארע באווייזן אז דער מאסיווער האריקעין הארווי, וועלכע האט געבושעוועט אין טעקסאס, ספעציפיש אין יוסטאן, מיט א וואך צוריק, האט געברענגט אז יוסטאן זאל ווערן אביסל נידריגער און איינזינקען צוליב די אומגעהויערע מאס וואסער וואס דער האריקעין האט געברענגט מיט זיך, גרייכנדיג אין עטליכע פלעצער צו מער ווי פופציג אינטשעס רעגן. די נאסא סייענטיסטן, אין שפיץ פון קריס מילינער, האבן גענומען סאטעלייט בילדער און דזשי-פי-עס אינפארמאציע העכער יוסטאן, און עס פארגליכן צו דער זעלבער אינפארמאציע פון בעפאר'ן האריקעין, און עס שטעלט זיך ארויס אז יוסטאן האט איינגעזונקען מיט א דריי-פערטל אינטש צוליב'ן האריקעין. מילינער זאגט אבער אז ווי נאר דאס וואסער וועט זיך גענצליך אויסטריקענען, אויך טיף אין די אונטערערדישע שיכטן, קען מען דערווארטן אז ס'זאל צוריקוואקסן, און אפשר נאך אפילו וואקסן נאך העכער ווי עס איז געווען בעפאר'ן האריקעין, "ווייל דאס ארבעט אזוי ווי א ספרינג" – זאגט מילינער.

בילד: יוסטאן זינקט צוליב האריקעין הארווי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל