יוסטאן – נעכטן האט מען געהערט פון דער ערשטער האריקעין הארווי-פארבינדעטער געריכטליכער אנקלאגע, וואס לעגאלע עקספערטן זאגן אז מען קען דערווארטן אז עס וועלן זיין פארשידענע גרויסע אנקלאגעס אין לויף פון די קומענדיגע יארן, צי קעגן ביזנעסער, לאקאלע רעגירונג באאמטע אדער אינשורענס פירמעס. די נעכטיגע ערשטע אנקלאגע איז אריינגעגעבן געווארן דורך זיבן פאליציי אפיצירן אין העריס קאונטי, טעקסאס, הארט אינדרויסן פון יוסטאן, קעגן דער "ארקעמא" כעמיקאל פירמע. די זיבן אפיצירן זאגן אז זיי זענען שווער פארוואונדעט געווארן ווען די ארקעמא כעמיקאל פאבריק אין העריס קאונטי האט עקספלאדירט פאריגע וואך אין די טעג נאכ'ן האריקעין, און די אפיצירן זאגן אז ארקעמא האט פארלעצט אונטערצונעמען די נויטיגע שריט צו פארמיידן אזא סארט אויפרייס. די אפיצירן ווילן איטליכער באקומען א מיליאן דאלאר קאמפענסאציע געלטער.

בילד: די ארקעמא כעמיקאל פירמע

בילד: די ארקעמא כעמישע אויפרייס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל