וואשינגטאן - קרימינאלע העקערס האבן באוויזן צו לייגן א האנט אויף האקעלע אינפארמאציע פון 143 מיליאן מענטשן, א מערהייט פון זיי אמעריקאנער בירגער, און אויך עטליכע בריטישע און קאנאדישע. די העקערס האבן זיך איינגעבראכן אין די קאמפיוטערס פון דער ״איקיופעקס״ קרעדיט-רעפארטינג פירמע, וועלכע איז איינס פון די גרעסטע קרעדיט פירמעס אין דער וועלט, און אין א סטעיטמענט האט די פירמע געזאגט אז די העקעריי האט פאסירט אין מאי און איז אויפגעדעקט געווארן אין יולי. די סענסיטיווע און פריוואטע אינפארמאציע וואס די העקערס האבן ארויסגעכאפט, איז בעיקר געווען סאושעל סעקיוריטי נומערן, געבורט-דאטומען און פריוואטע אדרעסן, און באזונדער האבן די העקערס ארויסבאקומען אפאר הונדערט טויזנט דרייווערס לייסענסעס און קרעדיט קארד נומערן. די פירמע פארשט די העקעריי און איז גרייט צו געבן אומזיסטע סערוויסעס פאר אלע אפעקטירטע.

בילד: מאסיווע קרעדיט פירמע העקעריי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל