ניו יארק – אין ניו יארק סיטי גרייט מען זיך אפצוצייכענען דעם זעכצנטן יארטאג פון די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, און מען האט געהערט נעכטן פארשידענע אנטוויקלונגען אין באצוג צו דעם. ערשטנס האט די "סעפטעמבער עלעווען געליטענע קאמפענסאציע פאנד" געמאלדן אז זיי האבן היי יאר פארטיילט דריי ביליאן דאלאר פאר אלע וועלכע זענען באשטעטיגט געווארן אלס פעליג צו באקומען פון די ספעציעלע געלטער, וואס נעמט אריין סיי די וועלכע זענען פארוואונדעט געווארן דירעקט פון די אטאקעס, און אויך אזעלכע וואס האבן ארויסגעהאלפן ארום גראונד זערא אין די טעג, וואכן און מאנאטן נאך די אטאקעס. צווייטנס האט די "ען-וויי-יו לענגאן" שפיטאל אין ניו יארק סיטי פובליצירט א שטודיע, וואס צייגט אז איינוואוינער אין לאוער מאנהעטן, וועלכע זענען געווען קליינע קינדער ביי די סעפטעמבער עלעווען אטאקעס, אפילו אויב זיי האבן נאר אריינגעאטעמט אביסל פון די שטויב און רויך ארום גראונד זערא, האבן א העכערן שאנס צו אנטוויקלען הארץ קרענק און לונגען פראבלעמען ה"י. דריטנס איז מיטוואך ארויסגעשטעלט געווארן, נעבן דעם "ניין עלעווען מעמאריעל פלאזא", א גרויסע קופערנע טאבע (ווי געזען אויפ'ן בילד), וואס די טאבע פלעגט זיין צווישן די צווילינג טורעמעס פאר העכער 30 יאר, אלס א געשאנק פאר ניו יארק סיטי פונעם ארטיסט פריטז קאניג. די טאבע איז געשעדיגט געווארן אין די טעראר אטאקעס, און יעצט איז עס אוועקגעשטעלט געווארן פונדאסניי צעבויגענערהייט.

בילד: מ'גרייט זיך צו פרישע 9/11 אפצייכענונג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל