וואשינגטאן – קינדער דארפן דורכגיין א טעסט אויף זייער זע-קראפט, אמווייניגסטנס איינמאל ווען זיי זענען צווישן 3 ביז 5 יאר אלט, אבער דערווייל זענען נישטא גענוג באווייזן וואס זאל ברענגען אז די רעגירונג געזונטהייט עקספערטן זאלן אפיציעל רעקאמענדירן אז מען דארפן טעסטן די זע-קראפט פון קינדער יונגער ווי 3 יאר. דאס ווערט ארויסגעברענגט אין א סעריע נייע אנווייזונגען וואס איז פובליצירט געווארן דורך די עקספערטן אינערהאלב דער "אמעריקאנער פרעווענטיוו סערוויסעס טעסק פארס", א זעלבסטשטענדיגע גרופע וועלכע ווערט געשטיצט דורך דער פעדעראלער רעגירונג. ווי די עקספערטן זאגן, איז פון די 3 יאר און ווייטער דא אן ערנסטע ריזיקע אז א קינד זאל אנטוויקלען "עמבליאפיע", וואס איז מער באקאנט אלס א "פוילע אויג", וואס אויב מען לאזט עס אומבאהאנדלט, קען דאס ברענגען דערצו אז דאס קינד זאל פולקאם פארלירן די זע-קראפט ה"י. יונגער ווי 3 יאר קען מען נאכנישט אויפכאפן עכטע צייכענעס פון עמבליאפיע, און אויך האלטן זיך נאך די אויגן אינמיטן אנטוויקלען, וואס דעריבער איז בכלל נישט זיכער אז א פראבלעם וואס מ'זעט אין די אויגן פון א 2 יעריג קינד וועט נאך זיין דארטן ווי נאר ער ווערט 3 יאר און עלטער.

בילד: שטודיע איבער קינדער זע-קראפט טעסטס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל