פארטא ריקא – א געפארפולער אומאפיציעלער "פארמעסט" איז פארגעקומען צווישן א קאמערציאלער פליגער און דער היסטארישער מאכטפולער האריקעין אירמא וועלכע בושעוועט אין די טעג אין די קאריביען אינזלען נעבן פלארידע. דער פארמעסט האט זיך אנטוויקלט מיטוואך אינדערפרי, ווען א דעלטא עירליינס פליגער אנגעפילט מיט פאסאזשירן איז ארויסגעפארן פון קענעדי לופטפעלד אום 8:12 אינדערפרי, אויפ'ן וועג קיין סאן כואן, פארטא ריקא, און דער פליגער האט געלאנדעט אין סאן כואן אום 12:01 מיטאג, ממש אין די זעלבע מינוטן וואס האריקעין אירמא איז איבערגעפאלן די שטאט. די וועלכע האבן מיטגעהאלטן דעם ראדאר און סאטעליט בילדער פון האריקעין אירמא און אין דער זעלבער צייט די ראדאר בילדער פונעם דעלטא פליגער, האבן שפעטער געזאגט אז עס האט ממש אויסגעזען ווי א פארמעסט, אבער עס האט זיך נישט געענדיגט ביי דעם. די דעלטא פילאטן האבן געדארפט אנפילן א פרישן פליגער מיט פאסאזשירן פון סאן כואן און ארויספליען קיין ניו יארק, נאך איידער די ווינטן וואלטן געווארן צו שטארק און מ'וואלט מער נישט געטארט ארויספארן. אויך דאס האבן די פילאטן באוויזן, ווען ווייניגער ווי א שעה נאכ'ן לאנדן, זענען זיי שוין געווען אין דער לופטן, ארויס פון האריקעין אירמא'ס געפארפולע ארעמעס.

בילד: פארמעסט צווישן פליגער און האריקעין

מאפע ווייזט ווי די דעלטא פלייט שטויסט זיך אדורך די האריקעין

מאפע ווייזט ווי די דעלטא פלייט שטויסט זיך אדורך די האריקעין

מאפע ווייזט ווי די דעלטא פלייט שטויסט זיך אדורך די האריקעין

ווידיא: די דעלטא פליגער הויבט זיך פון פארטא ריקא ווען אירמע קומט אריין

ווידיא: א בליק פון אינעווינדיג דעם גליקליכען פליגער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל