נעכטן איז פארגעקומען א פרישע אנטוויקלונג אין די לאנג פארצויגענע קאמפ פון די קאטאלאניע ראיאן אין שפאניע זיך צו אפרייסן פון שפאניע ווען די העכסטע געריכט אין לאנד האט געגעבן גערעכט פאר די צענטראלע רעגירונג אין מאדריד אז קאטאלאניע טאר נישט אפהאלטן א רעפערענדום וועלכע איז געווען געפלאנט פאר די ערשטע אין אקטאבער. די ריכטער האבן אנגענומען די שטעלונג פון די צענטראלע רעגירונג אין מאדריד אז די לאקאלע פארליאמענט פון קאטאלאניע האט נישט די לעגאלע רעכט צו פאררופן אזא רעפערענדום און האט עס דערווייל אפגעשטופט מיט 6 מאנאטן. די שפאנישע קאנסטיטוציע געט נישט די רעכט פאר קיין ראיאן זיך צו אפטיילן אבער די פארליאמענט אין קאטאלאניע קעמפט שטארק פאר איר רעכט זיך צו אפטיילן פון שפאניע.

קאטלאניע איז א ראיאן מיט א העכערע פינאנציאלע איינקונפט אין בעסערע עקאנאמיע פון אנדערע ראיאנען אין שפאניע, און זיי האלטן אז זייער פאראייניגונג מיט שפאניע איז א לאסט אויף זיי. עס ווערט געשאצט אז אויב קען מען דורכפירן א רעפערענדום צווישן די איינוואוינער אין קאטאלאניע וועלן די מערהייט וועלן פאר זעלבסטענדיגקייט, דעריבער וויל די צענטראלע רעגירונג דאס אפהאלטן פאר יעדן פרייז.

בילד: געריכט אין שפאניע אורטיילט קעגן זעלבסשטענדיגקייט פאר קאטאלאניע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל