מאדריד – דער פארלאמענט אין קאטאלאניע, וועלכע איז אן אייגן-געפירטע טעריטאריע אבער איז אונטער דער שפאנישער רעגירונג, האט נעכטן געשטימט אז קומענדיגן אקטאבער 1 וועט פארקומען א גרויסארטיגע און היסטארישע רעפערענדום, וואו אלע קאטאלאניער איינוואוינער וועלן האבן א שאנס צו שטימען צי זיי ווילן אז קאטאלאניע זאל פארבלייבן א טייל פון שפאניע, אדער זיך אפרייסן און ווערן א גענצליך זעלבסטשטענדיגע לאנד. ביז מיט נישט לאנג צוריק איז געווען גאר פאפולער ביי קאטאלאניער איינוואוינער דער געדאנק פון זיך אפרייסן, וויבאלד די שפאנישע עקאנאמיע האט געליטן גאר שווערע יארן, אבער אצינד האט זיך די שפאנישע עקאנאמיע ערהוילט און עס איז בכלל נישט זיכער אז ס'איז דא גענוג בירגער וואס ווילן זיך אפטיילן און ווערן זעלבסטשטענדיג. די צענטראלע שפאנישע רעגירונג האט רעאגירט נעכטן מיט אויפברויז איבער'ן קאטאלאניער פארלאמענט'ס שריט, זאגנדיג אז אזא רעפערענדום איז קעגן דער שפאנישער קאנסטיטוציע וועלכע זאגט קלאר אז "שפאניע איז אומצעטיילבאר".

בילד: קאטאלאניע וויל ווערן זעלבסטשטענדיג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל