א באריכט פון א אויספארשונג קאמיסיע פון די פעקלער פאראיין האט ארויסגעגעבן א דעטאלירטע באריכט איבער די כעמישע אטאקעס וואס די אסאד רעזשים האט דורכגעפירט אויף אירע בירגער. און לויט אירע געפינסן האט די רעזשים זיך באנוצט 33 מאל מיט כעמישע וואפן זינט די אנהויב פון די קריג און בלויז אין די חדשים פון מארש - יולי זענען פארגעקומען 7 אטאקעס, אריינגערעכנט די אטאקע אין אידליב וואס האט אומגעברענגט 80 מענטש, און האט געברענגט א אינטערנאציאנאלע שטועם און געפירט עווענטועל צו די מאסיווע אטאקע פון אמעריקע. די אויספארשער פון די פעלקער פאראיין טוען אפווארפן די תירוצים פון די אסאד רעזשים אז די כעמישע אטאקעס זענען געווען א רעזולטאט פון דעם וואס זייערע באמבעס האבן באטראפן א סטארעדש ווי די רעבעלן האבן געהאלטן כעמישע וואפן.

בילד: באריכט פונעם פעלקער פאראיין: אסאד האט זיך באנוצט 33 מאל מיט כעמישע וואפן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל