די 5 געוועזענע פרעזידנעטן וועלכע זענען ביים לעבן האט אינאיינעם געעפנט א קאמפיין צו אויפטרייבן געלט פאר די איינוואוינער פון טעקסאס וועלכע זענען באטראפן געווארן פון די האריקעין הארווי. אין א געמיינזאמע ווידיא האבן די פרעזידעטן בוש, קארטער, קלינטאן, בוש און אבאמא גערופן פאר אמעריקאנער צו ביישטייערן פאר די פאנד וועלכע זיי האבן געגרינדעט צו העלפן אמעריקאנער בירגער. די ביישטייערונגען וועלן אנקומען צו די פונדאציע פון פרעזידענט בוש דער ערשטער וועלכע טוט פארפיגן אויף די ארגאניזאציע און זיי נוצן עס צו העלפן די איינוואוינער אין טעקסאס און אין לאוזיאיזאנע. פרעזידענט טראמפ אויף טוויטער האט באגריסט דעם שריט און האט גערופן אמעריקאנער צו ביישטייערן, שטעלנדיג א ביישפיל מיט זיין אייגענע פריוואטע ביישטייערונג פון א מיליאן דאלער.

בילדף אלע 5 געוועזענע פרעזידענט פאראייניגן זיך פאר הארווי געליטענע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל