קאנגרעסמאן טשארלי דענט א פירער פון א גרויסע גרופע צענטער רעכטע רעפובליקאנער האט געמאלדן זיין באשלוס אז ער פענסיאנירט, אין זיין סטעיטמענט טוט ער אנגעבן אז ער איז פרוסטרירט מיט די צובראכענע סיסטעם אין וואשינגטאן און די פאקט אז פארטייאישקייט און קריגערישקייט פון ביידע זייטן לאזט נישט פאראויסגיין מיט א פאזיטיווע אגענדע פאר׳ן לאנד. דענט וועלכער פארטרעט פענסילוועניע איז שוין 7 טערמינען אין קאנגערס און זאגט אז די פארטייאישקייט האט געגרייכט די העכסטע שטאפלן און עס טוט גענצליך פארקריפלן וואשינגטאן און עס איז מער נישט מעגליך צו מאכן פראגרעס. זיין רעזיגנאציע געט א געלעגנהייט פאר דעמאקראטן צו אריבערגעווינען נאך א זיץ.

בילד: מעסיגער רעפובליקאנער רעזיגנירט פון קאנגרעס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל