די ווערמאנט סטעיט פאליציי האט געעפנט אן אויספארשונג איבער אן אינצידענט אין וועלכע א פאמליע פון בארא פארק וועלכע איז געווען אויפ׳ן וועג קיין ניו העמפשיר איז ברוטאל באהאנדלט געווארן דורך די ווערמאנט סטעיט פאליציי ווען זיי זענען געווארן אפגעשטעלט צוליב א טרעפיק פארלעצונג.

די פינק פאמיליע פון בארא פארק. דער 57 יעריגער הרב יהודה פינק שליט״א פון אמונת ישראל מיט זיין ווייב און צוויי קינדער זענען געוואן אויפ׳ן וועג צו ניו העמפשיר פאר א וואקאציע און זענען דורכגעפארן ניו אינגלאנד. די פאליציי האט אים סיגאנליזירט זיך צו אפשטעלן אבער ער האט נישט געקענט צוליב דעם וואס עס זענען נישט געווען קיין שאולדערס, און ווען ער האט געטראפן א פלאץ זיך אפצושטעלן איז דער פאליציאנט ארויסגעקומען און באלד אנגעהויבן שרייען אויף אים און אטאקירן און באפוילן ער זאל ארויסלייגן ביידע הענט דורכ׳ן פענסטער, און דאן ארויסגענומען א ביקס און אים געהייסן ארויסקומען פון די קאר און אים געשליידערט אויפ׳ן ערד און געקייטלט.

די פאמיליע איז געווען צושוידערט און ערשיטערט און האבן געמיינט אז זיי זענען קרבנות פון א טעראריסט וועלכער האט זיך פארשטעלט פאר א פאליציאנט. און מרס. פינק האט גערופן פאליציי זאל קומען זיי ראטעווען, ווען אנדערע פאליציאנטן זענען אנגעקומען האט דער ערשטער פאליציאנט זיך בארואיגט און נאך עטליכע מינוט זיי געלאזט פארן, און באפוילן אז הרב פינק מוז זיך שטעלן פארנט פון א ריכטער ערב ראש השנה.

בריוו פון דוב הייקינד צו די ווערמאנט גאווערנאר 1

בריוו פון דוב הייקינד צו די ווערמאנט גאווערנאר 2

אנטווארט בריוו פון ווערמאנט פאליציי צו דוב הייקינד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל