א גאר ערהאבן בילד האט מען נעכטן געזען אין רוסלאנד, אינעם שטאט ליובאוויטש ווען הונדערטער אידישע בחורים וואס ווערן אויפגעצויגן אין די ליובאוויטשער מוסדות אין רוסלאנד האבן זיך פארזאמעלט אין ליובאוויטש צו אפצייכענען די 120סטע יארטאג פון די גרינדונג פון ישיבת תומכי תמימים דורך כ״ק אדמו״ר הרש״ב מלויבאוויטש זצוק״ל. די ישיבה וואס איז געגרינדעט געווארן אין ט״ו אלול אין ליובאוויטש איז פארוואנדלט געווארן אלס אן אימפעריע וואס האט ארויסגעגעבן טויזנטער אידן בעלי מסירת נפש וועלכע האבן אנגעהאלטן דאס אידישקייט אין רוסלאנד אונטער די סאוויעטישע רעזשים טראץ די רדיפות און רציחות.

די מעמד וואס איז נעכטן פארגעקומען אין ליובאוויטש אין די ארגינעלע פלאץ ווי די ישיבה איז געגרינדעט געווארן איז געווען גאר רירנד און עס האט געצייגט וויאזוי אידישקייט בליהט ווידער אין רוסלאנד אונטער די פירערשאפט פונעם הויפט רב הרב בערל לאזאר שליט״א. די הונדערטער בחורים האבן געלערנט און געדאווענט אין א שאטער וועלכע איז אויפגעשטעלט געווארן אויפ׳ן פלאץ פון די ישיבה, און דאן איז פארעקומען א פייערליכע מעמד מיט די באטייליגונג פון רבנים און מרביצי תורה אין רוסלאנד און געסט פון ארץ ישראל.

בילד: ליובאוויטשער חסידים אין רוסלאנד צייכענען אפ 120 יאר זינט די גרינדונג פון תומכי תמימים

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל