מיאמי – היינט אכט אזייגער אינדערפרי, איז דערווארט אז האריקעין אירמא זאל אפיציעל אנפאלן פלארידע טרוקעניש, נאכ'ן באטרעפן די "קי" אינזלען אין די פארטאגס שטונדן. אירמא וועט איבערפאלן פלארידע מיט ווינטן פון 125 מייל פער שטונדע, אלס א קאטעגאריע 4 שטורעם, און וועט אפגעשוואכט ווערן צו א קאטעגאריע 1 שטורעם מיט 90 מייל פער שטונדע ווינטן, ווען ס'וועט דורכפארן די פלארידע הויפטשטאט טאלאהאסי מאנטאג אינדערפרי.

- אירמא האט נעכטן דורכגעריסן טיילן פון קובא, וואו ס'האט געלאנדעט אלס א מאסיווער קאטעגאריע 5 שטורעם, און איז אפגעשוואכט געווארן צו א קאטעגאריע 3 שטורעם. עס זענען נאך אלץ דא שאנסן אז ס'וועט צוריק שטערקער ווערן צו א קאטעגאריע 4 בעפאר עס באפאלט פלארידע.

- אין גוטע נייעס פאר מיאמי, האט זיך אירמא גערוקט אביסל צו מערב זייט, און דער אויג וועט אנקלאפן די זייט פון טעמפא און נישט אזוי ווייט אין מיאמי דירעקט. גאנץ מיאמי וועט אבער נאך אלץ ליידן גאר שווער פון די מאסיווע ווינטן און הויכע כוואליעס וואס קומען מיט אין אזא סארט האריקעין.

- מען האט שוין נעכטן געליטן ווינטן פון 50 מייל א שטונדע אין מיאמי, און נאך שטערקער אויפ'ן פלארידע אינזל קי וועסט. טראנספארמערס לענגאויס פלארידע האבן שוין געפלאצט פון די ווינטן, איבערלאזנדיג מער ווי הונדערט טויזנט אין דער טונקל. מיליאנען זענען דערווארט צו פארלירן לעקטער אין לויף פון אירמא.

- זעקס מיליאן פלארידע איינוואוינער זענען אונטער עוואקואציע פארארדענונגען, אבער דערווייל איז נישט קלאר וויפיל פון זיי האבן אויסגעפאלגט, ווייל א סאך האבן געזאגט אז זיי וועלן פארבלייבן אינדערהיים. אין דער זעלבער צייט זענען שוין ניינציג טויזנט מענטשן אריינגעקומען אין פובליק שעלטערס לענגאויס דער סטעיט.

- אלע גרויסע לופטפעלדער אין פלארידע האבן זיך נעכטן נאכט אפגעשפארט, ווען די ווינטן האבן דערגרייכט 50 מייל פער שטונדע, און דערווייל זענען שוין 9 טויזנט פלי רייזעס ארויס פון פלארידע און אריין, אפגעשאפן געווארן, מיט טויזנטער ווייטערדיגע "קענסעלעישאנס" דערווארט היינט, מארגן און די ווייטערדיגע טעג.

- די צאל פאטאליטעטן פון אירמא, איז נעכטן געשטיגן צו 24, אין די אינזלען און לענדער וואו עס האט שוין באטראפן. א גרויסער פראצענט פון די פאטאליטעטן האבן פאסירט אויף די סענט מארטין און בארבודא אינזלען, וואס ביידע אינזלען זענען ממש אומדערקענבאר און ניינציג פראצענט איז פארבליבן "אומבאוואוינבאר".

- פון ניו יארק הערט מען אז ס'לאזט זיך היינט אינדערפרי ארויס א גרויסע קאנוואאי פון אידישע הצלה אמבולאנסן, פון אלע חרדי'שע געגנטער, קיין פלארידע, און יעדע אמבולאנס וועט זיין אויסגעשטאט מיט 2 פאראמעדיקס, צוויי אי-עם-טיס און איבערגעפילט מיט מעדיצינישע געצייג.

בילד: האריקעין אירמא ביים שוועל פון פלארידע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל