מעקסיקא – א מאסיווע ערדציטערניש, געשאצט ביי א שטארקייט פון 8.2 אויפן ריכטערוואג, האט באטראפן פרייטאג אינדערפרי עטליכע טיילן מעקסיקא, און דער ציפער פאטאליטעטן האט נעכטן מוצאי שבת געהאלטן ביי 67. די ערדציטערניש האט אומגעווארפן פילע הייזער, רעגירונג געביידעס, געשעפטן און ביזנעס געביידעס, און דער טרייסל איז געווען אזוי מאסיוו, אז עס האט זיך געשפירט ביז 650 מייל אוועק, אפילו אין ארומיגע לענדער, וואו מענטשן האבן דערציילט אז זיי זענען ממש אומגעפאלן פונעם שאקל. דאס לעצטע מאל וואס א מאסיווע ערדציטערניש האט באטראפן מעקסיקא, איז געווען אין יאר 985', ווען אן ערדציטערניש ביי א שטארקייט פון 8.0 אויפ'ן ריכטערוואג האט באטראפן דאס לאנד, פון וועלכע טויזנטער זענען אומגעקומען. אויסער דעם האט די שטאט וועראקרוז אין מעקסיקא געליטן שווערע שאדנס ווען האריקעין קאטיא האט דארטן אנגעטראפן נעכטן שבת נאכמיטאג, מיט ווינטן פון 75 מייל א שעה.

בילד: 67 טויט פון מעקסיקא ערדציטערניש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל