לאנדאן – בריטישע שפיאנאזש קוועלער זאגן אז זיי האבן באווייזן אז די איראנער רעגירונג טוט שטילערהייט ארויסהעלפן דעם צפון קארעא קאמוניסטישן רעזשים מיט'ן אנטוויקלען זייערע נוקלעארע וואפנס. דאס קומט איין וואך נאכדעם וואס צפון קארעא האט דורכגעפירט איר מאכטפולסטע נוקלעארע טעסט אין היסטאריע, וואס מערב וועלט עקספערטן וואונדערן זיך וויאזוי צפון קארעא האט עררייכט אזא שטאפל פון סאפיסטיקירטע וואפנס און זאגן אז עס מוז זיין אז אנדערע לענדער העלפן איר ארויס. איראן האט פארשידענע ביזנעס באציאונגען און האנדלערייען מיט צפון קארעא, און זי באהאלט נישט איר שטיצע פאר דעם רעזשים פון קים יאנג אן – א שטייגער ווי דאס וואס דער איראנער פרעזידענט כאסאן רוכאני האט פאריגע וואך פארדאמט אמעריקע'ס פארלאנג אז צפון קארעא זאל אויפגעבן אירע נוקלעארע וואפנס.

באריכט: איראן העלפט צפון קארעא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל