מאנילא – דער פיליפינער פרעזידענט, ראדריגא דוטארטעי, זאגט אז ער וועט אויף קיין שום פאל נישט שליסן אן אפמאך מיט די אייסיס טעראריסטן וועלכע אקופירן א פיליפינער שטאט. די אקופאציע פון די אייסיס-פארבינדעטע טעראריסטן אויף טיילן פונעם שטאט מאראווי, האלט שוין אן מער ווי 4 מאנאטן, און דאס פיליפינער מיליטער האט זיי דערווייל נישט געקענט באזיגן, טראץ לופט באמבארדירונגען און מיליטערישע אפעראציעס אויף דער ערד. עטליכע פארשטייער פון די טעראריסטן האבן ארויסגעשטעלט א פארשלאג, אז זיי וועלן באפרייען צענדליגער ציווילע איינוואוינער וועמען זיי האבן פארכאפט אלס משכונות אין די לעצטע מאנאטן, און אין אויסטויש, זאלן די פיליפינער זעלנער ערלויבן אלע אייסיס טעראריסטן צו אנטלויפן פון די פיליפינען אן דעם וואס זיי זאלן ארעסטירט ווערן. פרעזידענט דוטארטעי, וועלכער איז באקאנט מיט זיינע אויסגעשפראכענע דעקלעראציעס און ווילדן צוגאנג, האט געזאגט אז ס'איז נישטא קיין שום שאנס אז ער זאל פארהאנדלען מיט די טעראריסטן.

בילד: פיליפינען וויל נישט דיעל מיט אייסיס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל