וואשינגטאן – די רעגירונג אינעם אראבישן לאנד קאטאר, האט אונטערגענומען א פראיעקט מיט'ן ציל צו ווערן נאענט מיט דער אידישער געמיינדע אין אמעריקע. קאטאר רעגירונג קוועלער זאגן אז זיי צאלן חודשליך פופציג טויזנט דאלאר, פאר א סטראטעגיע גרופע אין וואשינגטאן, און די גרופע פארשפרעכט צו העלפן די קאטארישע רעגירונג מיט'ן שאפן א נייע פארבינדונג צווישן דעם מוסולמענער לאנד און די אידן אין אמעריקע. די סטראטעגיע גרופע ווערט אנגעפירט דורכ'ן באקאנטן אידישן פאליטישן אקטיוויסט ניקאלעס מוזין, אן ארטאדאקסישער איד וועלכער האט געדינט אלס הויפט געהילף פונעם רעפובליקאנער סאוט קאראליינע סענאטאר טים סקאט, און האט אויך געהאלפן דעם רעפובליקאנער סענאטאר טעד קרוז ווען ער איז געלאפן פאר פרעזידענט אין די רעפובליקאנער פריימעריס אין יאר 16'.

בילד: קאטאר וויל באציאונגען מיט אידן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל