בילד: פעדעראלע געלטער פאר אידן באגריסט

וואשינגטאן – אידישע גרופעס איבער אמעריקע האבן באגריסט די פרישע 25 מיליאן דאלאר וואס די פעדעראלע רעגירונג האט באשלאסן צוצושטעלן אין זיכערהייט געלטער פאר אידישע און אנדערע נאן-פראפיט ארגאניזאציעס איבער'ן לאנד. די פעדעראלע האומלענד סעקיוריטי דעפארטמענט האט אין די לעצטע טעג פארטיילט די ספעציעלע געלטער, וואס די גרעסטע טייל דערפון זענען פארטיילט געווארן פאר אידישע צענטערן, מיט'ן ציל צו פארשטערקערן זייערע זיכערהייט מאסנאמען, דורכ'ן איינשטעלן נייע סורוועילענס קאמערעס און סעקיוריטי גארדס. די 25 מיליאן דאלאר איז ענליך צו דער סומע וואס ווערט שוין לאנגע יארן פארטיילט יערליך פאר דעם צוועק, אויסער אין די יארן פון 09' און 10', וואס דאן האט געהערשט א רעסעסיע און די פעדעראלע רעגירונג האט געזוכט צו שפארן געלט, און יעצט אונטער טראמפ איז געווען א זארג אז ער וועט שניידן די געלטער, זיך צו שפארן געלטער פאר דער פעדעראלער רעגירונג, אבער ער האט למעשה יא באשלאסן צו לאזן די געלטער ווייטער אין קראפט.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל