וואשינגטאן – עטליכע באריכטן אין די לעצטע טעג צייגן, אז גערי קאהן, טראמפ'ס הויפט עקאנאמישער ראטגעבער און פירער פון דעם פרעזידענטליכן נאציאנאלן עקאנאמישן קאונסיל, גייט מעגליך פארלאזן זיין גרויסע פאזיציע אין ווייסן הויז. דאס קומט נאכדעם וואס אן אנגעצויגנקייט קאכט זיך שוין צווישן טראמפ און קאהן פאר עטליכע וואכן, וויבאלד קאהן האט אפן און שארף קריטיקירט טראמפ פאר'ן נישט גענוג שטארק פארדאמען די נעא-נאציס וועלכע האבן מארשירט און ראיאטירט אין שארלוטסוויל, ווירדזשיניע. לויט א באריכט אינעם ניו יארק טיימס, טוט דער ווייסער הויז שטאב הויפט, דזשאן קעלי, שווער ארבעטן אז טראמפ זאל זיין ווייטער פריינטליך און רואיג מיט קאהן, אבער טראמפ קען זיך נישט איינהאלטן פון ארויסצייגן פאר קאהן זיין אויפברויז, און איין וועג וויאזוי ער ווייזט אים דאס, איז דורכ'ן נישט קוקן קאהן אין פנים ווען קאהן באגריסט אים. עס האט אויך געהייסן אז קאהן גייט אנפירן די זיצונג וואס איז פארגעקומען דאנערשטאג צווישן טראמפ און ניו יארקער פאליטישאנס, אבער ביי דער זיצונג, האט טראמפ איבערגענומען די לייצעס און איגנארירט יעדעס מאל וואס קאהן האט גערעדט.

בילד: גערי קאהן וועט מעגליך פארלאזן טראמפ

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל