וואשינגטאן - פרעזידענט טראמפ׳ס זוהן, דאנעלד דזשוניאר, האט נעכטן גערעדט פריוואט מיט מיטגלידער פון דער סענאט יורידישע קאמיטע, און ער האט דערציילט דעטאלן פון זיין זיצונג מיט א לויער פון די רוסן, וואס ער האט אפגעהאלטן פאראיאר אין יוני. טראמפ דזשוניאר זאגט אז ער האט אקצעפטירט די זיצונג, מיינענדיג אז דער לויער גייט איבערגעבן נעגאטיווע אינפארמאציע אויף קלינטאן, און ער האט געוואלט האבן די נעגאטיווע אינפארמאציע. ער זאגט אבער אז ער האט בכלל נישט קאאפערירט מיט א רוסישער קאנספיראציע צו באאיינפלוסן די אמעריקאנער וואלן, נאר ער האט געהאלטן אז ס'איז וויכטיג צו וויסן אינפארמאציע וואס קען מעגליך ווייזן אז הילערי קלינטאן איז נישט קוואליפיצירט צו זיין פרעזידענט. מ'האט אויך געפרעגט דזשוניאר צי טראמפ, אדער עמיצער אנדערש אין ווייסן הויז, איז געווען פארמישט אינעם פראצעדור פון ארויסגעבן סטעיטמענטס און רעאקציעס נאכדעם וואס די מידיא האט דאס ערשטע מאל באריכטעט איבער זיין זיצונג, און דזשוניאר האט געענטפערט אז ער געדענקט נישט.

בילד: טראמפ דזשוניאר פארהערט אין סענאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל