וואשינגטאן – קאנסערוואטיווע פאליטישאנס האבן נעכטן אפילו נישט פרובירט צו באהאלטן זייער אויפברויז איבער דער נייער פריינטשאפט און קאאפעראציע וואס פרעזידענט טראמפ האט אנגעהויבן מיט די דעמאקראטישע פירער, טשאק שומער און נענסי פעלאסי, זאגנדיג אז טראמפ האט זיי פארראטן. טראמפ זעלבסט זעט אויס צו זיין אין זייער א גוטער גוסטע זינט דער ניי-געשאפענער קאאפעראציע, ווי ווייסע הויז קוועלער האבן דערציילט נעכטן פאר׳ן ניו יארק טיימס, און נעכטן אינדערפרי האט טראמפ פערזענליך טעלעפאנירט פעלאסי און שומער, צו רעדן איבער ווייטערדיגע אישוס, און אויף פעלאסי׳ס פארלאנג, האט טראמפ ארויסגעשיקט א מעסעדזש אויף טוויטער, אין וועלכע ער פארזיכערט אז יונגע אומלעגאלע אימיגראנטן האבן נישט וואס מורא צו האבן פון דעפארטאציע ווילאנג קאנגרעס דעבאטירט די אישו. אינעם סענאט האבן די רעפובליקאנער זיך נעכטן אומווילנדיג צוגעשטעלט צום דיעל וואס טראמפ האט געשלאסן מיט די דעמאקראטן, און דער סענאט האט באשטעטיגט א הילפס פעקל פאר האריקעין הארווי געליטענע, אינאיינעם מיט א ביל צו פארמיידן א שאטדאון און העכערן דעם בארגן לימיט פון דער רעגירונג.

בילד: קאנסערוואטיוון שוימען קעגן טראמפ-שומער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל