האלאנד – אידישע גרופעס אין האלאנד האבן אריינגעגעבן א פארלאנג צו די פאליציי, אז זיי זאלן אויספארשן א באריכט אז פראטעסטירער אין דער שטאט ראטערדאם האבן געשריגן איבער אומברענגען אידן. די באריכטן צייגן אז ביי א מאסיווער ראלי אין ראטערדאם מיט 3 וואכן צוריק, דורך דער נייער "פאלעסטינער קאמיוניטי אוו האלאנד" גרופע, האבן מאסן זיך גענומען שרייען אויף אראביש אז מ'דארף אומברענגען אלע אידן, און אז די אידן זאלן ציטערן ווייל די ארמיי פונעם מוסולמענער נביא מוכאמעד האלט זיך ביים צוריקקערן. די פאליציי האבן פארשפראכן אז זיי וועלן אויספארשן און דערגיין צי ס'זענען טאקע געווען די סארט געשרייען, און זיי וועלן באשטראפן די שולדיגע.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל