קאריביען – האריקעין אירמא איז אנגעפאלן דעם סענט מארטין אינזל מיט אן אומגעהויערער שטארקייט פון 180 מייל פער שטונדע ווינטן, און 8 מענטשן זענען אומגעקומען ווען געביידעס זענען צעפאלן ווי הויפנס קארטאנען און אויטאמאבילן זענען געפלויגן ווי שפילצייג. אינמיטן דעם כאאס און דעסטרוקציע, האט מען געהערט א וואונדערליכע געשיכטע, וויאזוי די לעבנס פון א אידישע פאמיליע אויפ'ן אינזל זענען געראטעוועט געווארן א דאנק א מקוה. ר' משה חאנאוויטש הי"ו, דער חב"ד רב אין סענט מארטין, דערציילט אז ווען דער שטורעם האט אנגעהויבן באפאלן דעם אינזל, האט ער זיך אויפגעהויבן מיט זיין פרוי און קינדער, אראפגעלאפן צום שטאק פונעם חב"ד צענטער אויפן אינזל, וואס דארטן איז דא די מקוה, און די גאנצע חאנאוויטש פאמיליע האט זיך באהאלטן אין דער מקוה זעלבסט. אין דער צייט וואס זיי האבן געהערט די שרעקליכע ווינטן, און טירן און שטיקער פון די ווענט פון דער געביידע זענען אראפגעריסן געווארן, האט זיי די צעמענטענע געבוי פון דער מקוה באשיצט, און זיי האבן דארטן דורכגעלעבט ביז דער שטורעם האט פארלאזט סענט מארטין.

בילד: מקוה ראטעוועט אידן פון האריקעין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל