וואשינגטאן – דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט נעכטן גאר שטארק אויסגעלויבט די רעגירונג אין קואוועיט, איבער דעם וואס זיי ארבעטן שווער צו פירן געשפרעכן צווישן קאטאר און די איבריגע אראבישע גרויסמאכטן וועלכע האבן מיט א האלב יאר צוריק באיקאטירט און אויסגעשלאסן קאטאר, אויף באשולדיגונגען אז די קאטארישע רעגירונג שטיצט טעראריזם און העלפט צו פאר דער אומסטאביליטעט אינעם גאנצן מיטל מזרח ראיאן. טראמפ האט אויפגענומען דעם קאטארישן עמיר, שעיך סאבא על אכמעד, פאר א ספעציעלן באזוך אין ווייסן הויז, וואו טראמפ האט געזאגט אז ער שטיצט די קואוועיטער פרואוון צו ברענגען שלום אינעם מיטל מזרח ראיאן. טראמפ האט אויך געזאגט אז ער שטייט גרייט ארויסצוהעלפן קואוועיט אין די שלום פראצעדורן. אמעריקע און קואוועיט זענען לאנגיעריגע גאר נאענטע אליאירטע לענדער, וואס די אליאנץ איז נאר שטארקער געווארן אין די 990'ער יארן, ווען אמעריקע האט געראטעוועט קואוועיט פון ווערן פארכאפט דורכ'ן דעמאלטס'דיגן איראקער דיקטאטור סאדאם כוסעין.

בילד: קואוועיט אויסגעלויבט איבער קאטאר געשפרעכן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל