האוואנא – אין קובא גרייט מען זיך אויף דער מינוט ווען עס וועט אפיציעל קומען צו אן ענדע די עפאכע פון דעם קאסטרא רעזשים אין לאנד, נאכדעם וואס פרעזידענט ראאול קאסטרא האט געמאלדן אז ער גייט נישט לויפן פאר ווידערוויילונג נאך צוויי טערמינען, און זיין צווייטע טערמין קומט צו אן ענדע ביז געציילטע מאנאטן. אפיציעל איז נאר פארהאן איין לעגאלע פאליטישע פארטיי אין לאנד, און דאס איז די קאמוניסטישע פארטיי, וועלכע איז געגרינדעט געווארן דורכ'ן ערשטן קאסטרא, דער קאמוניסטישער רעוואלוציע פירער פידעל קאסטרא, אבער אנטי-קאסטרא אקטיוויסטן אין קובא ארבעטן שטילערהייט אריינצורוקן זייערע קאנדידאטן אין פארשידענע פאליטישע פארמעסטן, וועלכע גייען פארקומען ענדע היי יאר, און זיי האפן צו האבן וואס מער קאנטראל און איינפלוס אין די 168 מוניציפאלע רעגירונג אפיסעס איבער'ן לאנד, וואס וועט עווענטועל באאיינפלוסן די "נאציאנאלע אסעמבלי", וואס לויט די קובאנער קאנסטיטוציע טוט די נאציאנאלע אסעמבלי אויסוועלן דעם ערזעצער פון פרעזידענט ראאול קאסטרא.

בילד: קובא גרייט זיך פאר קאסטרא עפאכע ענדע

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל