פראנקרייך – פראנצויזישע אויטאריטעטן זאגן אז זיי פארשן אויס א באמבע פאבריק וואס זיי האבן געפונען נעבן פאריז, און זיי גלייבן אז דריי פון די פארשוינען וועלכע זענען ארעסטירט געווארן אין פארבינדונג מיט'ן פאבריק האבן געמאכט עטליכע טעלעפאן קאלס קיין סיריע און האבן געהאלטן ביי די לעצטע שטאפלען פון צוגרייטן א סעריע טעראר אטאקעס.

פראנקרייך'ס אינערן מיניסטער זשערארד קאלאמוב האט געזאגט אז ספעציפיש ווערן די דריי פארדעכטיגט אין פלאנירן אן אויפרייס אויף א באנק, מיט דעם "טעטפּ" אויפרייס מאטעריאל, וואס איז א מאטעריאל וועלכע ווערט גאר אפט גענוצט דורך אייסיס טעראריסטן, און ס'איז גענוצט געווארן ביים אויפרייס נעבן דעם קאנצערט אין מאנטשעסטער, ענגלאנד מיט 5 מאנאטן צוריק, אין בריסל, בעלגיע אין יאר 16' און אין פאריז אין יאר 15'. די באמבע פאבריק איז געטראפן געווארן אין דער פראנצויזישער שטאט טיאס, אדאנק א פלאמבער וועלכער האט דאס באמערקט, און די פאליציי האט שוין אויך געטראפן אויפרייס מאטעריאל אינעם היים פון איינער פון די 3 ארעסטירטע.

בילד: באמבע פאבריק אנטדעקט אין פאריז

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל