מיאמי – די נאציאנאלע האריקעין צענטער באאמטע האבן נעכטן געזאגט, אז זיי זענען כמעט זיכער אז דער מאכטפולער האריקעין אירמא, פון וועלכע עס זענען שוין דא 11 פאטאליטעטן, וועט באפאלן פלארידע אלס א קאטעגאריע 4 שטורעם אנגעהויבן פון שבת אינדערפרי, און לענגאויס די גאנצע סטעיט, און אויך אין עטליכע ארומיגע סטעיטס, זענען נעכטן אנגעגאנגען העפטיגע צוגרייטונגען צום אנקומענדיגן האריקעין.

- אין פלארידע האבן א האלב מיליאן איינוואוינער באקומען דירעקטע פארלאנגען צו עוואקואירן זייערע היימען, און ענליך האבן א האלב מיליאן איינוואוינער אין דזשארדזשיע, פון די געגנטער נאענט צום אטלאנטיק אקעאן, באקומען עוואקואציע פארארדענונגען. דאס האט אנגעמאכט גאר שווערע טראפיק אויף אלע שאסייען אינעם ראיאן, און פילע גאזאלין סטאנציעס זענען אויסגעלאפן פון זייער סופליי.

- אלע סקולס, קאלעדזשעס און אוניווערסיטעט-קאמפלעקסן לענגאויס פלארידע, וועלן זיין אפגעשפארט אנגעהויבן פון היינט אינדערפרי, און דער פלארידע גאווערנאר ריק סקאט האט אויך אפעלירט צו אנפירער פון גרויסע צענטערן און פובליק ערטער, אז זיי זאלן נישט עפענען היינט זייערע טויערן, אויסער אין פאל ס'איז וויכטיג אין פארבינדונג מיט די צוגרייטונגען צום האריקעין.

- פילע אידן פון פלארידע, וועלכע זענען אונטער עוואקואציע פארארדענונגען, זענען געפארן קיין אטלאנטא, דזשארדזשיע, וואו די ארטיגע אידישע געמיינדע האט אראנזשירט א ספעציעלן סיסטעם דורך וועלכע פלארידע אידן האבן געקענט גרינג טרעפן אכסניות וואו איינצושטיין אויף שבת. אין דער זעלבער צייט האט די חברה הצלה אין מיאמי ביעטש קאארדינירט אירע צוגרייטונגען מיט דער הילף פון ניו יארקער הצלה וואלונטירן.

בילד: פלארידע גרייט פאר קאטאסטראפע פון היסטארישן האריקעין אירמא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל