בילד: הרב חיים דוד צוויבל

פון הרב חיים דוד צוויבל

הוריקעין אירמע, איינע פון די שטערקסטע שטורמס וואס איז רעקארדירט געווארן אין דער געשיכטע, האט שוין איבערגעלאזט א שרעקליכע חורבן אין די קאריביען אינזלען. און הויערט שוין איבער אמעריקע, און איז ערווארטעט צו שלאָגען פלארידא בקרוב.

אונזערע הערצער און תפלות זענען געצילט פאר די אלע וואס געפונען זיך אונטער דעם סכנה, ספּעציעל דער גרויסער מספר פון אחינו בית ישראל וואס וואוינען ארום דער מיאמי געגענד. גדולי ישראל וואס שטייען בראש פון אגודת ישראל, בעטן אז דער גאנצער ציבור זאל מרבה בתפלה זיין לטובת אונזערע ברודער אין פלארידא און אין אנדערע מקומות וואס קענען ח"ו געשעדיגט ווערן דורך דער שטורעם.

זאל דער פון אויבען, אויף וועמען דוד המלך זאגט "רוח סערה עשה דברו", האבן רחמנות אויף זיינע קינדער, און זיי שומר ומציל זיין מכל צרה וצוקה.

גוט שבת פאר יעדעם באזונדער און אלעמען.

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל