בילד: געריכט אורטיילט לטובת צניעות מלבושים

ברוקלין – א פעדעראלער ריכטער אין מאנהעטן האט נעכטן געאורטיילט אז אן איבונגען צענטער האט נישט קיין רעכט איינצוטיילן וויאזוי ארטאדאקסישע אידישע פרויען, וועלכע ווילן נוצן דעם צענטער, זאלן גיין אנגעטאן. דער אורטייל האט זיך באצויגן איבער דער ארטאדאקסישער מרת אייזענבערג פון קראונהייטס, וועלכע האט מיט 2 יאר צוריק געקלאגט דעם "לוסילע ראבערטס" איבונגען צענטער אין ברוקלין, נאכדעם וואס די מענעדזשערס האבן איר איינגעמאלדן, אז אויב זי וועט קומען אנגעטאן מיט בגדי צניעות, וועט זי פארלירן איר מעמבערשיפ, און נאכדעם וואס זי האט נישט אויסגעפאלגט, האבן זיי איר גאר געסטראשעט מיט ארעסט. האט זי געקלאגט אז מיט די סטראשונקעס האבן די מענעדזשערס פארלעצט אירע רעליגיזע רעכטן, און נעכטן האט א פעדעראלער ריכטער איר געגעבן גערעכט, און די אייגנטימער פונעם איבונגען צענטער זענען איינגעגאנגען אויף א שליכטונג, אז די קלאגעס וועלן ארויסגעצויגן ווערן פון געריכט, און אין אויסטויש, וועט דער צענטער באצאלן א סומע פארגיטיגונגס געלטער פאר מרת אייזענבערג, אין צוגאב צו דעם וואס זיי וועלן שוין ערלויבן צניעות'דיגע מלבושים אינעם צענטער.


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל