לאנדאן – 4 פארשוינען וועלכע ווערן פארדעכטיגט אז זיי באלאנגען צו אן אומלעגאלע עקסטרעם-רעכטע באנדע, זענען ארעסטירט געווארן נעכטן אין ענגלאנד. די פארשוינען, אין עלטער צווישן 22 יאר און 32 יאר אלט, זענען ארעסטירט געווארן נאכדעם וואס די אויטאריטעטן האבן באקומען אינפארמאציע אז די גרופע גרייט זיך דורכצופירן א סעריע טעראר אטאקעס. די עקסטרעם-רעכטע גרופע איז באקאנט אלס "די נאציאנאלע עקשאן גרופע", און זיי זענען אפיציעל א נעא-נאצי באנדע, וואס פאראיאר זענען זיי געווען די סאמע ערשטע רעכטע גרופע וואס די בריטישע רעגירונג האט דערקלערט אלס אומלעגאל, און די דעקלעראציע איז געקומען נאכדעם וואס די גרופע האט אויסגעלויבט דאס וואס א פארשוין האט ברוטאל אומגעברענגט די בריטישע פארלאמענט מיטגלידערין דזשאו קאקס. בריטישע רעגירונג קוועלער זאגן אז טייל פון די פלענער פון דער גרופע איז געווען דורכצופירן פארשידענע אנטי-מוסולמענער שריט, מיט'ן ציל צו ברענגען אז די מוסולמענער זאלן ווערן אויפגעברויזט און דורכפירן איסלאמיסטישע טעראר אטאקעס, וואס איסלאמיסטישע טעראר אטאקעס העלפט פארשפרייטן "איסלאמאפאביע" לענגאויס אייראפע, אז דער פשוט'ער אייראפעאישער איינוואוינער זאל ציטערן פון די מוסולמענער און זוכן פטור צו ווערן פון זיי.

בילד: בריטישע רעכטע טעראריסטן ארעסטירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל