קאראקאס – די אפאזיציע אין ווענעזועלע, וועלכע איז אויסן צו טאן וואס זיי קענען נאר, צו פארזיכערן אז פרעזידענט ניקאלעס מאדוראו, וועמען אמעריקע האט אפיציעל באצייכנט אלס א דיקטאטור, ווערט ארויסגעווארפן פון דער מאכט, האט געמאלדן אז זיי וועלן אנהייבן זיך קאנצענטרירן אויף די קומענדיגע וואלן אין לאנד. די מאסיווע פראטעסטן וואס די אפאזיציע האט דורכגעפירט אין די לעצטערע מאנאטן, זענען שוין מער-ווייניגער פארשטילט געווארן, און אצינד האפט די אפאזיציע אז זיי וועלן קענען ארגאניזירן א מאסיווע קראפט פון וואלונטירן ארויסצוברענגען די מאקסימום וויילער ביי די קומענדיגע וואלן, וואס וועלן פארקומען אין אלע 23 סטעיטס, וואו מען וועט ערוויילן נייע גאווערנארס און אנדערע לאקאלע פאזיציעס. די אפאזיציע וויל אריינשטעלן וואס מער אנטי-מאדוראו פאליטישאנס אין וויכטיגע פאזיציעס, וואס אזוי וועט דאס פארשטארקערן דעם דרוק קעגן מאדוראו, אבער איין זארג איז פארבליבן מיט דער סטראטעגיע, אז די נייע "קאנסטיטוציע אסעמבלי" וואס מאדוראו האט צוזאמגעשטעלט, און עס דערקלערט אלס די שטערקסטע לעגאלע מאכט אין לאנד, וועט קאנטראלירן וועלכע קאנדידאטן עס קענען לויפן און דינען אויף רעגירונג פאזיציעס, און זיי וועלן דירעקט בלאקירן אפאזיציע פיגורן.

בילד: ווענעזועלער אפאזיציע האפט אויף וואלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל