טעקסאס – די אידישע געמיינדע אין יוסטאן, טעקסאס, קוקט זיך צו מיט אינטערעסע, וואס עס וועט זיך אויסקאכן פון דעם וואס א גרופע קירכעס אין דער שטאט האבן געמאלדן אז זיי גייען אריינגעבן א קלאגע קעגן דער פעדעראלער עמורדזשענסי מענעדזשמענט אגענטור. פילע בתי מדרשים אין יוסטאן, און להבדיל אלפי הבדלות קריסטליכע קירכעס אין דער שטאט, זענען באטראפן געווארן גאר שווער פונעם היסטארישן האריקעין הארווי, און זיי אלע דארפן יעצט צוקומען צו עמורדזשענסי פארריכטונג געלטער, אבער די קירכעס דערזעען זיך מיט א פראבלעם, אז די פעדעראלע רעגירונג וויל נישט פאר זיי צושטעלן קיין געלטער, וויבאלד דאס הייסט כאילו די רעגירונג שטיצט רעליגיע און איז א דירעקטע פארלעצונג פון דער אמעריקאנער קאנסטיטוציע. למעשה, זאגן די פימא רעגולאציעס, אז אויב מער ווי האלב פון א קירכע געביידע, אדער סיי וועלכע רעליגיעזע געביידע, ווערט גענוצט פאר זייטיגע סערוויסעס, און נישט דירעקט פאר רעליגיע, קען מען יא געניסן פון די עמורדזשענסי געלטער – און דעריבער קוקן די יוסטאנער אידן צו וויאזוי עס וועט זיין ווען זיי וועלן אריינגעבן אפליקאציעס צו באקומען געלטער צו פאררעכטן די חרוב'ע שוהלן.

בילד: רעליגיע און הארווי ערהוילונגס געלטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל