בילד: ווייסע הויז און קאנגרעס וועלן אויפדעקן שטייער רעפארם פלענער אין צוויי וואכןווייסע הויז און קאנגרעס וועלן אויפדעקן שטייער רעפארם פלענער אין צוויי וואכן

דאס ווייסע הויז און די רעפובליקאנער פירער אין קאנגרעס זענען ערווארטען צו אויפדעקן די פונקטליכע דעטאלן פון די שטייער רעפארם וואס איז ערווארטעט צו שניידן שטייערן פאר אינדיווידועלן און ביזנעסער מיט באדייטנדע פראצענטן. דערווייל קומען פאר שטארקע באמיאונגען אונטער די קוליסן צו פאראייניגן די רעפובליקאנער און מעגליך אויך געוויסע דעמאקראטן צו פארזיכערן אז די רעפארמען זאלן אריבערגיין אין קאנגרעס.

קוועלער אין ווייסן הויז זאגן אז שטייער רעפארם איז א שטארקע פריאריטעט פאר׳ן פרעזידענט און עס איז פאר אים וויכטיגע ווי די מעקסיקא גרעניץ וואנט און אויב עס וועט זיך אויספעלן וועט ער מעגליך פארציכטן אויף די פלענער איבער׳ן גרעניץ וואנט צו געווינען שטיצע פון דעמאקראטן פאר זיין בודזשעט.

די פלאן וועט זיין באזירט אויף די פרינציפן וואס דאס ווייסע הויז האט ארויסגעשטעלט אין אפריל אין וועלכע זיי רופן פאר א שטייער קאוד וועלכע איז מער איינפאך און ווייניגער ברעקעטס, און א דראסטישע שניט אין קארפארעיט שטייערן. די פלאן זוכט נישט בלויז צו איינפירן שטייער שניטן נאר אינגאנצן איבערמאכן די שטייער קאוד, א זאך וואס קען זיין א פרעצדענטלאזע רעפארם וואס מען האט נישט געזען זינט די רעיגען אדמיניסטראציע.



קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל