קאנגרעס און סענאט האבן איינשטימיג באשטעטיגט א רעזאלוציע וועלכע טוט פארדאמען האסן גרופעס וועלכע פארשפרייטן פיינטשאפט קעגן אמעריקאנער מינאריטעט גרופעס, און פארלאנגט פונעם פרעזידענט צו טון דאס זעלביגע. די רעזאלוציע טוט זיך באציען צו די לעצטע געשעענישן אין שארלאטסוויל און באצייכנט די מארד פון העטער הייער וואס איז אומגעקומען דורך א ראסיסט אלס א ״דאמעסטישע טעראר אטאקע״ און רופט פאר׳ן אטוירני דשענעראל דשעף סעשאנס צו שטרענג אויספארשן די אקטיוויטעטן פון גרופעס און ארגאניזאציעס פון ווייסע נאציאנאליסטן און ראסיסטן. די רעזאלוציע איז באשטעטיגט געווארן דורך אלע מיטגלידער אין קאנגערס און אין סענאט און עס וועט געשטעלט ווערן אויפ׳ן טיש פונעם פרעזידענט עס צו אונטערשרייבן.

בילד: קאנגרעס פירט דורך רעזאלוציע וועלכע פארלאנגט פונעם פרעזידענט צו פארדאמען האסן גרופעס



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל