דאס העכסטע געריכט האט נעכטן דערלאנגט א טיילווייזע זיג פאר די טראמפ אדמיניסטראציע מיט׳ן אפווארפן א אורטייל פונעם נידריגערן געריכט וואס האט שטארק אויסגעברייטערט די באדייט פון די טערמין ״נאנטע פאמיליע״ וואס דער פרעזידענט האט דערמאנט אין זיין עקזעקיוטיווע באפעל, און אריינגערעכנט דערין אויך ווייטערע פאמיליע מיטגלידער ווי שוועסטער קינדער און זיידעס באבעס און אייניקלעך, די אפעלאט געריכט אורטייל וואלט בארעכטיגט נאך 24 פליטים צו אריינקומען קיין אמעריקע, און די העכסטע געריכט האט געלייגט א אפהאלט דערויף מיט עטליכע וואכן צוריק, און נעכטן האבן זיי ענדגילטיג אפגעווארפן דעם אפטייטש פונעם געזעץ. דערווייל גרייט מען זיך אויף קומענדיגע מאנאט וועט די געריכט וועט אורטיילן אויף די עקזעקיוטיווע באפעל אויב זי איז אויגעהאלטן לויט די קאנסטיטוציע.

בילד: טיילווייזע זיג פאר טראמפ אדמינסטראציע אין העכסטן געריכט

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל