א איבעראשנדע צאל פון דעמאקראטן האבן שוין אויסגעדריקט זייער שטיצע פאר די העלט קעיר פלאן וואס ווערט פארגעשלאגן דורך סענאטאר בערני סאנדערס, אריינגערעכנט שטארקע פיגורן אין די פארטיי, און האט שוין איבער 17 סענאטארן וועלכע האבן זיך אנגעשלאסן אלס קא-ספאנסארס פון די ביל. בערני סאנדערס שלאגט פאר א פלאן וועלכער ער האט צום ערשט פארגעשטעלט ביי זיין קאמפיין ווען ער איז געלאפן פאר די דעמאקראטישע נאמינאציע, עס רופט זיך א ״סינגל פעיער״ פלאן וואס באדייט אז יעדער אמעריקאנער בירגער איז אויטאמאטיש בארעכטיגט צו העלט אינשורענס, א זאך וואס וועט צושטעלן אינשורענס פאר נאך 28 מיליאן אמעריקאנער בירגער וועלכע פארמאגן נישט קיין העלט אינשורענס, די העכסטע צאל אין די אנטוויקלטע וועלט.

די מאדעל וועט נאכגיין צענדליגע מערב וועלט לענדער ווי די רעגירונג דעקט אלע געזונטהייט קאסטן פאר אירע בירגער, און רעכנט זיך דערנאך אפ מיט די אינדיווידועלן און בלויז אויב מען האט די געלט דארף מען צאלן דערפאר. אונטער די פלאן וועט די נייעס סיסטעם איינגעפעדימט ווערן צוביסלעך און קודם וועט מען נידערן די עלטער פון מעדיקעיר פון 65 צו 55 און דאן יעדעס יאר נאך צען יאר ביז גאנץ אמעריקע איז אנגעשלאסן אינעם פראגראם.

די קאסטן פאר אזא פראגראם ווערט געשאצט צווישן 1.6 טריליאן און 2.4 טריליאן דאלער יערליך, און סאנדערס זאגט אז ער האט א פונקטליכע פלאן וויאזוי מען קען דאס דעקן פון שטייערן און אנדערע פעדעראלע איינקונפטן. די גרויסע צאל פון דעמאקראטן וואס שטיצן דעם ביל איז א שטארקע איבעראשונג, נעמנדיג אין באטראכט אז ביז עטליכע יאר צוריק איז די פלאן געווען שטארק אפגעפרעגט ביי די דעמאקראטן, אבער סאנדערס האט אין די לעצטע מאנאטן שטארק געארבעט אונטער די קוליסן צו אויפטרייבן שטיצע פאר זיין פלאן.

בילד: דעמאקראטן פאראייניגן זיך אונטער העלט קעיר פלאן פון בערני סאנדער



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל