טראץ וואס כינע האט באשטעטיגט די פרישע רונדע סאנקציעס איבער נארט קארעא זענען אמעריקאנער נאך אלס באזראגט אז כינע וועט נישט געהעריג אינפארסירן די סאנקציעס, א זאך וואס וועט מאכן די פרישע סאנקציעס ווערלאז. פרעזידענט טראמפ האט דעריבער געלאזט א שארפע ווארנונג זאגנדיג אז דאס וועט ברענגען דערצו אז אמעריקע זאל דארפן אינפארסירן כינעזערער אינסטיטואציעס וועלכע פארלעצן די סאנקציעס דורך ארויפלייגן אויף זיי ווייטערדיגע סאנקציעס און זיי נישט ערלויבן קיין צוטריט צום אמעריקאנער דאלער און אמעריקאנער פינאנציעלע אינסטיטוציעס. דאס קומט נאך נאכאנאנדיגע באשולדיגונגען פון אמעריקאנער דיפלאמאטן וועלכע זאגן אז כינע טוט נישט גענוג צו אינפארסירן די סאנקציעס, א זאך וואס דער אויסערן מיניסטער פון כינע טוט שארף אפווארפן. דער פרעזידענט האט זיך באצויגן צו די סאנקציעס מיט א סקעפטיציזם און געזאגט אז די פרישע סאנקציעס זענען נישט קיין גרויסע דערגרייכונג און מען דארף קוקן ווייטער צו זעהן וואס קען געטון ווערן צו אפהאלטן נארט קארעא.

בילד: פרעזידענט טראמפ שיקט שארפע ווארנונג צו כינע איבער נארט קארעא



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל