אין די לעצטע וואך איז די געשפרעך פון טאג אין וואשינגטאן די איבעראשנדע פריינטשאפט וואס פרעזידענט טראמפ האט אנגעהויבן אנטוויקלן מיט די דעמאקראטישע פארטיי פירערשאפט, און האט אין די לעצטע טעג אפגעהאלטן פילע געשפרעכן מיט די דעמאקראטן און האט נאכגעגעבן פארשידענע זאכן וואס זיי האבן פארלאנגט, אריינגערעכנט א פארשפרעכונג צו באשיצן די יוגטליכע וועלכע זענען אנגעשלאסן אין די דאקא פראגראם. דער פרעזידענט איז א לאנגיעריגע פריינט מיט טשאק שומער פון זיינע יארן אין ניו יארק, און לעצטנס ווען ער האט זיך צואמפערט מיט די רעפובליקאנער פירערשאפט און מיטש מעקאנעל האט דער פרעזידענט גענומען א נייע צוגאנג פון האנדלן דירעקט מיט די דעמאקראטישע פירערשאפט. היינט האט דער פרעזידענט איינגעלאדענט דעם סענאט מינאריטעט פירער טשאק שומער און נענסי פעלאסי די דעמאקראישע פירערין אין קאנגערס פאר א ספעציעלע נאכטמאל אין ווייסן הויז. שומער האט געזאגט אז די נאכטמאל וועט ווערן אויסגענוצט צו דיסקוטירן מיט׳ן פרעזידענט וויכטיגע אנלעגנהייטן אריינגערעכנט באשיצן אבאמאקעיר און אימיגראנטן.
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס
הוסף רשומת תגובה