עמעזאן גרייט זיך צו בויען א גיגאנטישע וועירהאוז אין מעקסיקא נעבן די הויפטשטאט מעקסיקא סיטי, די וועירהאוז וועט צושטעלן דריי-פאכיג מער ריטעיל שטח פאר די פירמע אין מעקסיקא. די גיגאנטישע וועירהאוז פעלט זיך אויס צו נאכקומען די דראמאטישע וואוקס פון די פירמע אין די מעקסיקאנער מארקעט, עמעזאן איז אין די מעקסיקאנער מארקעט פאר בלויז ארום 2 יאר און איז שוין פיל גרעסער ווי אנדערע אלט געזעסענע ריטעילערס ווי וואל-מארט און איז דאס לאנדס דריט גרעסטע ריטעילערס מיט סעילס און האט פאראיאר פארקויפט אין די ווערט פון איבער 253 מיליאן דאלער, און די נייע וועירהאוז זוכט צו נאכקומען די וואוקס אין א מארקעט מיט 120 מיליאן פאטענציעלע קויפער.

די אנטוויקלונגע קומט אין די צייט וואס אמעריקע און מעקסיקא ארבייטן אויף א נייע האנדלס אפמאך און עמעזאן זוכט צו לאביאירן ביי די רעגירונג אז מעקסיקא זאל העכערן די ביז יעצטיגע סומע פון 50$ וואס מען קען קויפן אנליין פון אויסלאנד אן צו באצאלן שטייערן. עמעזאן האט א שטארקע אויג אויף מעקסיקא ווי די אנליין מארקעט איז נאכנישט שטארק אנטוויקלט, אנליין סעילס אין מעקסיקא מאכט אויס בלויז 3% פון אלע ריטעיל סעילס אין לאנד, פארגליכן צו אמעריקע׳ס איבער 10 פערצענט.

בילד: עמעזאן וועט עפענען איין מיליאן סקווער פיס ווערהאוז אין מעקסיקא



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל