טראץ דעם וואס ער איז נישט שטארק פאפולער האט דער ניו יארקער מעיאר נעכטן געווינען לייכטערהייט די דעמאקראטישע פריימעריס נאכדעם וואס ער האט נישט געהאט קיין שטארקע קעגנער. ער האט אנגעצויגן 76 פערצענט פון די שטימען, און איז דערקלערט געווארן די געווינער בלויז 20 מינוט נאכדעם וואס די שטימען האבן זיך געענדיגט. די סיטי קאונסיל מיטגלידער סאל אלבאניז איז אריינגעקומען א ווייטער צווייטער מיט ארום 15 פערצענט, אבער וועט ווייטער לויפן אין די אלגעמיינע וואלן אויף די רעפארם פארטיי ליניע. דעבלאזיא וועט זיך פארמעסטן קעגן דעם רעפובליקאנער קאנדידאט ניקאל מאליאטאקיס אין נאוועמבער 7 און ווי עס שיינט וועט ער לייכטערהייט געווינען נאך א טערמין. אין די אנדערע פארמעסטן: פאבליק אדוואקאט ליטיטיע דשעימס האט האט באזיגט דעיוויד אייזענבאך מיט 77 פערצענט. און אזוי אויך דער אמטירנדער דיסטריקט אטוירני עריק גאנזאלעז האט לייכטערהייט אנגעצויגן איבער 50 פערצענט פון די שטימען.

בילד: מעיאר דעבלאזיא צייכנט אפ א גרינגע זיג אין די דעמאקראטישע פריימעריס



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל