די ארגאניזאציע ״גדר אבות״ איז ארויסגעקומען מיט א רוף צו ראטעווען דעם בית החיים אין מעזשביזש נאכדעם וואס די שוץ-וואנט וואס האלט אונטער דעם בארג פונעם אור אלטען בית החיים וואו עס ליגן דער בעל שם טוב מיט זיינע תלמידים. די שוץ וואנץ איז שוין געווען שטארק פארעלטערט און צוליב דעם האט זיך עס איינגעבראכן, אין עס ווערן ליידער אויפגעדעקט און פארשוועכט דאס געביין פון די שוכני עפר.

דאס איבערמאכן די גדר איז א גרויסע אונטערנעמונג, וויבאלד די בית החיים איז אויף די אויבערשטע חלק פון א בארג, און די שוץ-וואנט האלט אונטער די גאנצע בית החיים. אבער אויב עס וועט נישט געטון ווערן זאפארט הערשט א גרויסע סכנה עס זאל חלילה נישט פארשוועמט ווערן דער גאנצע בארג, בפרט ווען מען שטייט פאר די ווינטער טעג וואס מיט רעגן שניי און אייז קען דאס בארג גאר שנעל צופאלען רח“ל. די עסקנים פון גדר אבות האבן געעפנט א קאמפיין צו אויפטרייבן די נויטיגע סכומים צו דורכפירן די ארבייט נאך פאר די ימים נוראים.

/בילד: ׳גדר אבות׳ אלאמירט איבער געפאר צום בית החיים אין מעזשביזש

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל