די אויספארשונגס ביורא פון די מדינת ישראל פאליציי האט איינגערייכט קלאגעס אין געריכט קעגן צוויי פאליציאנטן צוליב דעם וואס זיי זענען זיך באגאנגען מיט ברוטאליטעטן קעגן מתפללים אין מירון דעם פארלאפענעם ל״ג בעומר, די שרעקליכע אינצידענט האט פאסירט ביי די אויטאבאס סטאנציע ווען די פאליציי האט זיך אנגעטשעפעט צו עטליכע חרדי׳ישע אידן וואס האבן נישט געפאלגט די אנווייזונגען און זיי אטאקירט מיט אומפראפארציאנעלע ברוטאליטעט און אים צושלאגן מיט שווערע קלעפ. די באטראפענע האבן אריינגעגעבן א קלאגע צו די פאליציי און די  צוויי פאליציאנטן זענען באזייטיגט געווארן מיט עטליכע מאנאטן צוריק און אצינד האט די פאליציי געמאלדן אז זיי וועלן איינרייכן הארבע קלאגעס קעגן די געוועזענע פאליציאנטן.

בילד: מדינת ישראל וועט פאראורטיילן פאליציאנטן איבער ברוטאליטעטן אום ל״ג בעומר אין מירון



גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל